יום ראשון, 17 בדצמבר 2017

בדיחות יהודיות

מתי צוחקים היהודים באמת ?
מסופר על בעל אחוזה [ פריץ. ] אשר העסיק אריסים יהודיים באחוזתו.
- תטיל על היהודים מסים ותשומות ייצור כפולות ומכופלות,
מאלה שאתה מטיל על אריסים פולניים. 

הורה בעל האחוזה למנהל שלו,
תבוא אחת לחודש ודווח לי על תגובתם.

חזר המנהל אל הפריץ ומספר לו כי היהודים החלו בוכים.
- תכפיל, שוב, הורה לו בעל האחוזה.   
חזר המנהל, כעבור חודש ומספר כי היהודים זועקים בבכי מר, שומעים
גם קריאות מחאה.

- תכפיל שוב , הורה בעל האחוזה. חזר המנהל וסיפר לפריץ, כי קרה דבר מוזר, היהודים החלו צוחקים.
- אם כך מצבם מתחיל להיות בכי רע, קבע בעל האחוזה.










צוויי "פריצים" האָבן זיך צעקריגט.

שרײַבט איינער צום צווייטן :

אויב דו וועסט שלאָגן מײַנע ײִדן, וועל איך שלאָגן דײִנע ײִדן.






שני "פריצים"  הסתכסכו.
כתב האחד לשני :

אם תעיז להכות את היהודים שלי, אזי אני אכה את היהודים שלך.














ס'איז געקומען אַ חסיד צום רבין, ער וויל זיך גט'ן פֿון זײַן ווײַב.
טענעט אויס זײַנע טענות.זאָגט אים דער רבי :
- דו ביסט גערעכט ! קומט שפּעטער די פֿרוי און טענעט אויס,
אירע טענות.זאָגט איר דער רבי :
- דו ביסט גערעכט !זאָגט אים די רביצן :
- פֿאַרוואָס, הערסטו נישט ביידע  צוזאַמען,
און מאַכסט אַ משפּט צווישן זיי ?
זאָגט איר דער רבי :
-  ווייסט וואָס ? ביסט אויכעט גערעכט !

 בא חסיד אל הרב. הוא מבקש להתגרש מאשתו ושוטח בפניו את טענותיו.
- אתה צודק, אומר לו הרב.
באה  אשת החסיד ושוטחת  גם היא בפני הרב את טענותיה .
- את צודקת, קובע הרב. פונה אשת הרב אל בעלה בשאלה :
-   למה שלא תזמן את שני הצדדים לפניך ותשמע את טענותיהם, זה מול זו כך שתוכל לשפוט בין הגרסאות ?
- את יודעת מה ? עונה לה הרב. גם את צודקת .
 


ס'איז געקומען אַ פּאָרל צום רבין, מאַכן "שלום- בית."
- ער שלאָגט מיך ! זאָגט די פֿרוי.
- פֿאַרוואָס שלאָגסטו איר ? פֿרעגט דער רבי דעם מאַן .
- זי טרינקט בראָנפֿן, און שיכּורט זיך , ענטפערט דער מאַן.
דער רבי פּסקנט : די פֿרוי טאָר נישט טרינקען , און דער מאַן טאָר איר נישט שלאָגן.
אַריבער אַ צײַט קומען זיי צוריק צום רבין.
- ער שלאָגט מיך ווידער, דערציילט די פֿרוי, און ווײַזט דעם רבין בלאָע צייכנס.
- איך שלאָג איר נישט, פֿאַרענטפֿערט זיך דער מאַן, איך קניפּ איר נאָר...
- וואָס מיינט דו קניפּסט ? פֿרעגט אים דער רב.
- זי האָט געפֿונען אַ מיטל צו טרינקען, דערציילט דער מאַן,
זי טינקט אײַן די חלה אין בראָנפֿן, און עסט.
אַזוי מיינט זי, ס'כאַפּט נישט דער "איסור" וואָס איר האָט געלייגט אויף איר.
שרײַבט דער רבי אַ נײַעם פּסק דין : אויב טינקען איז נישט געטרינקען,
איז קניפּן נישט געשלאָגן.
זוג מגיע אל הרב בדרישה ל"שלום בית."
- הוא מכה אותי, קובלת האשה.
- ומדוע תכה את אשתך ? שואל הרב את הבעל.
- היא שותה לשכרה ואני מנסה למנוע זאת ממנה.
כותב הרב את פסק הדין :על האשה חל איסור לשתות והבעל יפסיק להכות.
לאחר זמן מה חוזר הזוג אל הרב.
- הוא שוב החל להכות אותי, היא מראה לרב את החבורות הכחולות בגופה.
- אינני מכה, אני רק צובט אותה, מסביר הבעל.
- מה פירוש אתה צובט ? תמה הרב .
- אשתי טובלת חלה טריה ביין השׂרף, אחר כך אוכלת את החלה הטבולה, מסביר הבעל,
בכך היא עוקפת את האיסור, שהטלת עליה, בטענה שהיא אוכלת - לא שותה.
מ
וציא הרב פסק דין חדש :
אם טבילה אינה שתיה , אזי צביטה אינה מכה.


ס'איז געקומען אַ ײִד פֿון פֿראַנקרײַך קיין וואַרשע פֿאַר די מלחמה.
- פֿון וואַנען שטאַמט איר ? פֿרעגט אים אַ וואַרשעווער ײִד.
- פֿון פֿראַנקרײַך, ענטפֿערט דער טוריסט.
- איך קען נישט פֿראַנקרײַך, זאָגט דער וואַרשעווער ײִד.
- און פֿון וואָס פֿאַרע שטאָט זענט איר ?
- פֿון פּאַריז ענטפֿערט דער פֿראַנצויז.
- איך קען נישט פּאַריז זאָגט דער וואַרשעווער.
- ווי ווײַט איז פּאַריז פֿון וואַרשע ?
- אַרום צוויי טויזנט קילאָמעטער זאָגט דער טוריסט.
- צוויי טויזנט קילאָמעטער פֿון וואַרשע ? וווּנדערט זיך דער ײִד,    
איז דאָס מסתּמא אַ פֿאַרשטעקטער לאָך. 

יהודי מגיע כתייר לוורשה לפני מלה"ע.
- מנין באת ? שואל אותו יהודי וורשאי :
- מצרפת, עונה התייר.
- אינני מכיר צרפת, אומר הוורשאי.
- ומאיזו עיר אתה ?
- מפאריס, משיב התייר.
- מה המרחק בין וורשה לפאריס, שואל הוורשאי.
- למעלה מאלפיים קילומטרים, באה התשובה.
- למעלה מאלפיים קילומטרים מוורשה ?
תמה הוורשאי,  אזי מן הסתם, זה איזה חור נידח .


בערל, צערל און שמערל פֿאָרן קיין אַמעריקע, זאָגט בערל :
- אין אַמעריקע וועט מען מיך  רופֿן באָק.
זאָגט צערל מיך וועט מען רופן צאָק.
- זאָגט שמערל:  איך פֿאָר נישט.
 


ברל שמרל וצרל נוסעים לאמריקה.
- אומר ברל :   באמריקה, מן הסתם יקראו לי בוֹק.
אומר צרל ולי יקראו צוֹק.

- אומר שמרל:  אני לא נוסע !
אַ ליטוואַק איז קראַנק געוואָרן.פֿאַרשרײַבט אים דער דאָקטאָר אַ רעצעפּט :
אַ גאַליציאַנערס פּאָרציע פֿון בלוט.

זוכט מען אויס אַ גאַליציאַנער, צאַפּט פֿון אים בלוט, און מען גיט עס דעם ליטוואַק.
דער גאַליציאַנער טאַפּט אָן די קעשענע,
פֿילט ער, אַז זײַן טאַש איז פֿאַרשוווּנדן.
לייגט ער אַרײַן די האַנט אין ליטוואַקס קעשענע
און געפֿונט אים דאָרט.

- איר שעמט זיך נישט ? פרעגט ער דעם ליטוואַק,
איך גיב אײַך מײַן בלוט,
און איר באַגנבֿעט מיך ?
- פֿון וואַנען האָב איך געדאַרפֿט צו וויסן, זאָגט דער ליטוואַק,
אַז אײַער בלוט וועט ווירקן אויף מיר, אַזוי שנעל ?

ליטאי לקה במחלה.רשם לו הרופא עירוי- דם, של גליצאי.
חיפשו ומצאו גליצאי, נטלו ממנו מנת דם וביצעו את העירוי בליטאי.
כשהתאושש הגליצאי, גילה כי ארנקו נעלם.
חיפש בכיסיו של הליטאי ומצא אותו שם.
- אינך מתבייש ? הוא גוער בליטאי, אני נותן לך את דמי ואתה מכייס אותי ?
- וכי מנין היה עלי לדעת, מתגונן הליטאי, שהשפעת דמך עלי, תהיה כל-כך מהירה ?
קומט אַרײַן אַ מענטש אין אַ געשעפֿט פֿון פֿייגעלעך.
זאָגט אים דער פֿאַרקויפֿער :

- מיר האָבן אַ פּאַפּוגײַ וואָס רעדט צען שפּראַכן.
גייט דער מענטש צו, צו דעם פּאַפּוגײַ און פֿרעגט אים אויס פֿראַגעס
אין אַלע שפּראַכן וואָס ער קאָן.
דער פּאַפּוגײַ ענטפֿערט אים צו דער זאַך.

- און ײִדיש רעדסטו ? פֿרעגט ער אים .
- מיט אַזאַ נאָז , זאָל איך נישט רעדן ײִדיש ? ענטפֿערט דער פּאַפּוגײַ...
אדם נכנס אל חנות לממכר צפורים.
מציע לו המוכר תוכי הדובר עשר שפות.
ניגש הקונה אל התוכי ושואל אותו שאלות בכל השפות שהוא מכיר.
התוכי עונה לעניין.
- נו ויידיש אתה מדבר ? שואל אותו האיש.
- עם אף כזה, שלא אדבר יידיש ? משיב לו התוכי...
אַ "שכיב- מרע" ליגט אין בעט, און גייט אויס, נעבעך.
דערשמעקט ער פֿון קיך, אַז זײַן ווײַבל באַקט קיכעלעך. בעט ער דעם זון :
- גיי זאָג די מאַמען אַז איך וויל אַ קיכעלע. זאָל איך קאָנען שטאַרבן,
מיט אַ געשמאַקן טעם אין מויל.
- זאָג דײַן טאַטן אַז ער באַקומט נישט גאָרנישט ! זאגט די פֿרוי
- די קיכעלעך זײַנען פֿאַר די, וואָס וועלן קומען אויף די "שבֿעה. .



אדם שוכב במיטתו במצב של גסיסה.
עולה באפו ריח עוגיות, אשר אשתו אופה במטבח.
הוא פונה אל בנו בבקשה:
 - תאמר לאמא, שתתן לי עוגיה, כדי שיהיה לי
טעם טוב בפה, בעת שאשיב נשמתי לבוראי.

- תגיד לאבא, שאין בדעתי לתת לו דבר. אמרה האשה.

העוגיות מיועדות למבקרים אשר יבואו ל "שבעה..." 
ווען הערשעלע האָט געזען אַז ער האָט נישט גענוג, צו מאָכן דעם שבת.
איז ער אַרויס אין שטעטל, אויפֿן מאַרק, וווּ ס'שטייען מענטשן און וואַרטן
 אויף אַ וואָגן וואָס פֿאָרט קיין בויבעריק.
האָט ער אָפּגעריסן אַ בײַטשל פֿון אַ בוים, געפֿאָכעט איבערן קאָפּ
און געשריגן צו די מענטשן:
- ווער דאַרף קיין בויבעריק ?
האָבן זיך אַרומגעזאַמלט אַ צען מענטשן , באַצאָלט אים אַ זלאָטי,
און אַרויס אין וועג אַרײַן. אָפּגעגאַנגען אַ קילאָמעטער, צוויי...
מענטשן האָבן גענומען מורמלען שטילערהייט
און דערנאָך געפֿרעגט אים :
- הערשעלע וווּ איז דער וואָגן ? מיר ווילן פֿאָרן, נישט גיין.
- איך האָב אײַך צוגעזאָגט, אַ וואָגן ? מאַכט זיך הערשעלע תמוואַט.
- כ'האָב אײַך נאָר געפֿרעגט ווער עס וויל קיין בויבעריק.
- און וואָס מיינט דאָס בײַטשל אין אײַער הנט ? פֿרעגן אים די מענטשן.
- ווען איר האָט אַ בײַטש אין דער האַנט, האָט ער געענטפֿערט,
וועט איר שטענדיק געפֿינען, אַ פּאָר בהמות צו שמײַסן זיי פֿון הינטן !
כאשר ראה הרש'לה, כי אין לו די צרכו לערוך את השבת,
יצא אל ככר העיירה שם נהגו אנשים להמתין לעגלה,

אשר תסיע אותם אל העיר הסמוכה.
הצטייד בענף רך, מנפנף בו כשוט, ניגש אל המתקהלים ושאל :
- מי רוצה לבויבריק ?עשרה אנשים נענו לקריאתו '
שילמו לו זלוטי אחד (מטבע פולני) והוא החל ללכת.ל
אחר קילומטר שניים, החלו אנשים לרטון:
- הרש'לה, אנחנו רוצים לנסוע בעגלה, לא ללכת רגלי.

- אני הבטחתי לכם עגלה ? התמם הרש'לה. שאלתי רק מי צריך לבויבריק.
- אז לשם מה השוט בידך ? היקשו האנשים.
- אם יש לך שוט ביד, ענה הרש'לה,  תמיד תמצא כמה פרדים להצליף באחוריהם.



מען האָט געפֿרעגט אַ ײִד ווי אַזוי האָט געווירקט אויף אים, דער "ברית" זײַנער.
 - פֿרעגט נישט בעסער, האָט ער געענטפֿערט :
- אַ גאַנץ יאָר, האָב איך נישט געקאָנט שטיין אויף די פֿוס.



שאלו יהודי מה היו  השפעות הלוואי עליו , מברית  המילה שלו.
 - מוטב שלא תשאלו , ענה,שנה שלמה לא יכולתי לעמוד על הרגליים.

אַן ײִד גייט אַרויס אין מיטן די נאַכט, און שרײַט צום הימל :
- ריבונו של עולם וואָס איז פֿאַר אײַך צוויי טויזנט יאָר ?
גייט אַרויס אַ בת-קול און ענטפֿערט אים :
- אַ סעקונדע.
- און וואָס איז פֿאַר אײַך, צען טויזנט זלאָטעס ? פֿרעגט דער ײִד .
- אַ גראָשן, ענטפֿערט די בת-קול.
- איז שיקט מיר אַ גראָשן ביטע, בעט זיך דער ײִד.
- וואַרט אַ סעקונדע... ענטפֿערט דער קול.

יהודי יוצא בחצות מביתו וזועק כלפי שמים :
- ריבונו של עולם , מה הן אלפיים שנה עבורך ?
יצאה בת קול ממרומים וענתה:- שניה אחת.
- ומה הן עשרת אלפים זלוטי ( מטבע פולני ) עבורך ?
- פרוטה אחת, ענתה בת הקול.
- שלח לי , אם כן, פרוטה. מתחנן היהודי.
- המתן שניה...עונה לו הקול.


ס'איז געקומען אַ פֿרוי צום רבין, זי וויל זיך גט'ן פֿון איר מאַן.
- וואָס איז געשען ? פֿרעגט איר דער רבי.
- ער קאָן נישט שפּילן קאָרטן, באַקלאָגט זיך די פֿרוי.
- איז דאָך אַ וודאי גוט זאָגט דער רבי, ס'קומט אים א וודאי אַ יישר כוח.
- יאָ, אָבער ער שפּילט ווײַטער... ענטפֿערט די פֿרוי...





אשה באה אל הרב. מבקשת להתגרש מבעלה.

-וכי מה קרה ? שואל הרב.-הוא איננו יודע לשחק קלפים, מתלוננת האשה.

-מצויין ! אומר הרב, הרי מגיעה לו ברכת "יישר-כוח."

-כן, אבל הוא ממשיך לשחק... ענתה האשה.



זאָגט א כעלעמער זײַן חבר :
זעסט דאָרט די צוויי הײַזער ?

דער אין מיטן איז מײַנער.

שני חלמאים נפגשו, אומר האחד לשני :
אתה רואה שם את שני הבניינים ?
האמצעי הוא שלי.


 
ס'איז געקומען ייד צום גיר ון שטעטל, בעטן נדה.
מײַן משחה איז זייער ן רעמע משחה, איך ליין גיי רום,
מיט צעריסענעם זויל, און ווייזט דעם גיר זײַנע שיך.
דער גיר נעמט רויס עקל מיט געלט רומגעבינדן מיט גומקעלע,
נעמט ראָפּ דס גומקעלע און גיט עס וועק דעם רעמן.
-נעמט עס, און פֿאַרריכט אײַך דעם זויל, זגט ער צו דעם רעמן.

  
אדם בא אל גביר העיירה ומבקש ממנו נדבה.
-         משפחתי ענייה מאד, הוא שח  לגביר,
לי עצמי אין נעליים ראויות ומראה לגביר את נעלו, שהסוליה פערה את פיה.
הגביר שולף מכיסו צרור שטרות אסופות בגומיה. מוריד את הגומיה ומוסר
אותה לעני.
-         קח תוכל לתקן באמצעותה את הנעל , אמר לאביון.

  בחור האָט געוואָלט חתונה האָבן
יעדערס מיידל וואָס הער האָט געברענגט אַהיים,
האָט איר די מאַמע אַרויסגעוואָרפֿן.
 זאָגט אים אַ חבֿר : ברענג אַ מיידל וואָס איז ענלעך צו דײַן מאַמען
.האָט ער געברענגט

.האָט איר דער טאַטע אַרויסגעוואָרפֿן


בחור  ניסה להכיר בחורה לנישואין. כל נערה שהביא הביתה
אמו נהגה לגרש אותה.
-         תביא בחורה שדומה לאמך, יעץ לו חבר.
הוא הביא.

אז האבא גירש אותה.

תגובה 1: